גינעקאָלאָגישע צעלן־אונטערזוכונג
Gynekologisk cellprovtagning – jiddisch hebreisk skrift

Skriv ut (ca 9 sidor)
Skriv ut

קיצור

קיצור

ס'איז מעגלעך זיך צו פֿאַרהיטן קעגן אַ ראַק אין מוטער־העלדזל דורכפֿירנדיק אַ רעגולערע גינעקאָלאָגישע צעלן־אונטערזוכונג. עס ווערט גענומען אַ פּראָבקע צעלן פֿון אַרײַנגאַנג פֿונעם מוטער־העלדזל, וואָס געפֿינט זיך אין דער פֿרויס סעקסועלן אָרגאַן. אַזוי אַרום קען מען זיך דערוויסן בײַ צײַטנס צי עס זענען פֿאַראַן ענדערונגען אין די צעלן וועלכע קענען דערפֿירן צו אַ ראַק אינעם מוטער־העלדזל.

ס'רובֿ ענדערונגען וואָס מען אַנטדעקט זענען קליינע ענדערונגען, וואָס היילן זיך אַליין. נאָר אין אַ טייל פֿאַלן מוז מען אַוועקנעמען די געענדערטע צעלן. אין זעלטענע פֿאַלן, קען די צעלן־אונטערזוכונג ווײַזן אַז איר האָט אַ ראַק. אין אַזעלכע פֿאַלן, געפֿינט זיך די קראַנקייט, בדרך־כּלל, אין אַ פֿריִיִקן צושטאַנד און די באַהאַנדלונג וועט זײַן פֿיל לײַכטער און מיט ווייניקער באַגלייט־סימפּטאָמען.

מע רעקאָמענדירט אַלע פֿרויען אין שוועדן רעגולער דורכצומאַכן גינעקאָלאָגישע צעלן־אונטערזוכונגען, וואָס ווערן אויך גערופֿן "עקזאַמענס" . אויב איר זענט צווישן 23 און 50 יאָר אַלט וועט איר באַקומען אַ ווענדונג יעדע דרײַ יאָר. שפּעטער, פֿונעם עלטער פֿון 60 יאָר אָן – יעדע פֿינף יאָר. די גענויע פּראַקטיק בײַט זיך אַ ביסל פֿאַר די עלטערע פֿון 50 יאָר און ווענדט זיך אין אײַער וווינאָרט אין לאַנד.

איר קענט אויך דערלאַנגען אַ צעלן־פּראָבקע ווען איר געפֿינט זיך בײַ אַן אַקושערקע אָדער אַ גינעקאָלאָג צוליב אַנדערע סיבות.

צוגרייטונגען

ס'איז נישט נייטיק קיין ספּעציעלע צוגרייטונג, נאָר עס איז בעסער נישט צו האָבן קיין סעקסועלע באַציִונגען און זיך נישט באַניצן מיט קיין קרעמען אין די סעקסועלע אָרגאַנען דעם טאָג פֿאַר דער אונטערזוכונג. אַנדערש וועט זײַן שווערער צו אינטערפּרעטירן די רעזולטאַטן פֿון דער אונטערזוכונג. מע דאַרף נישט געבן קיין צעלן־פּראָבקע אין דער צײַט פֿון מענסטרואַציע.

ווי אַזוי פֿירט מען דורך די אונטערזוכונג?

בײַם דורכפֿירן די אונטערזוכונג, בעט מען אײַך זיך אויסטאָן און אַנטבלויזן דעם אונטערשטן טייל קערפּער, און זיך לייגן אויף דער גינעקאָלאָגישער שטול. דער דאָקטער אָדער די אַקושערקע קען דורכפֿירן די אונטערזוכונג אין לײַכט פֿאַרשיידענע פֿאָרמען. מערסטנס ניצט מען אַ קליינעם שפּאַטל וואָס מע רײַבט אָן קעגן דעם מוטער־העלדזל, און שפּעטער ניצט מען אַ ווייך בערשטעלע אין אונטערשטן קאַנאַל פֿונעם מוטער־העלדזל.

אָפֿט ווערט איר אויך געבעטן צו ענטפֿערן אויף אַ ריי פֿראַגעס בשעת דער אונטערזוכונג. די ענטפֿערס זענען וויכטיק כּדי צו קענען ריכטיק אינטערפּרעטירן די פּראָבקע.

די אונטערזוכונג טוט נישט וויי און זי דויערט נאָר עטלעכע מינוט. אין אַלגעמיין באַקומט מען די רעזולטאַטן פֿון דער צעלן־אונטערזוכונג אין פֿאַרלויף פֿון זעקס וואָכן.

ווי אַזוי פֿילט מען זיך נאָך דער אונטערזוכונג?

די אונטערזוכונג ברענגט נישט מיט זיך קיין סכּנה. אַ מאָל קען זיך טרעפֿן אַ קליינע בלוטונג נאָך דער אונטערזוכונג, נאָר דאָס איז נישט מסוכּן.

Fäll ihop

אין וואָס באַשטייט די גינעקאָלאָגישע צעלן־אונטערזוכונג

אין וואָס באַשטייט די גינעקאָלאָגישע צעלן־אונטערזוכונג

געבן אַ צעלן־פּראָבקע 

די גינעקאָלאָגישע צעלן־פּראָבקע ווערט גענומען פֿון אונטערשטן טייל פֿונעם מוטער־העלדזל, דאָרט וווּ עס קומט אַרויס אין דער וואַגינע.

די אונטערזוכונג קען ווײַזן בײַ צײַטנס צי עס זענען פֿאַראַן ענדערונגען אין די צעלן וואָס קענען דערפֿירן צו אַ ראַק אינעם מוטער־העלדזל. די ענדערונגען וואָס באַווײַזן זיך זענען לײַכטע און היילן זיך אויס אַליין. נאָר אין טייל פֿאַלן דאַרף מען אַרויסנעמען די געענדערטע צעלן. די אונטערזוכונג קען אויך ווײַזן אַז ס'איז דאָ אַ ראַק, כאָטש דאָס טרעפֿט זייער זעלטן.

 


אויב איר מאַכט דורך רעגולערע צעלן־אונטערזוכונגען וועט איר זײַן גוט באַוואָרנט קעגן ראַק אין מוטער־העלדזל, ווײַל די אונטערזוכונגען דערלויבן צו געפֿינען די ענדערונגען אין די צעלן איידער זיי אַנטוויקלען זיך אין אַ ראַק.
אוטערוס, מוטערטראַכט = Livmoder
אָוואַריעס, אייערשטאָקן = Äggstock
מוטער־העלדזל = Livmoderhals
אַרײַנגאַנג פֿונעם מוטער־העלדזל = Livmodertapp
וואַגינע, מוטערשייד = Slida

רעגולערע אונטערזוכונגען 

די גינעקאָלאָגישע צעלן־אונטערזוכונג איז אַ טייל פֿון דער געזונט־אונטערזוכונג וואָס ווערט גערופֿן "עקזאַמען", אויף וועלכער עס ווערן פֿאַרבעטן פֿרויען אין שוועדן אויף אַ רעגולערן אופֿן, ווײַל אַזוי אַרום האָט מען די מעגלעכקייט צו אַנטדעקן ענדערונגען אין די צעלן און זיי באַהאַנדלען בײַ צײַטנס. ראַק אינעם מוטער־העלדזל ווערט זעלטענער אין די לעצטע 40 יאָר. 

צעלן־אונטערזוכונג בײַ אַנדערע געלעגנהייטן

איר קענט אויך אַרײַנגעבן די צעלן־פּראָבקע ווען איר געפֿינט זיך בײַ אַן אַקושערקע אָדער אַ גינעקאָלאָג דורכצופֿירן אַ גינעקאָלאָגישע אונטערזוכונג צוליב אַנדערע סיבות. אַ מאָל איז די צעלן־אונטערזוכונג ממילא אַ טייל פֿון דעם גינעקאָלאָגס אויספֿאָרשונג, צום בײַשפּיל אויב איר האָט ענדערונגען אין די בלוטונגען – איז עס אַ גוטע געלעגנהייט אַרײַנצוגעבן אַ צעלן־פּראָבקע. דאָס איז געוווּנטשן אויב עס דערנענטערט זיך סײַ ווי סײַ די צײַט אַרײַנצוגעבן אַ פּראָבקע אָדער אויב איר האָט אַדורכגעלאָזט די לעצטע צעלן־אונטערזוכונג.

ענדערונגען אין די צעלן און ראַק

ענדערונגען אין די צעלן קענען פֿאָרקומען צוליב אַ צערייצונג פֿון דער שלײַמהויט, פּראָוואָצירט דורך באַקטעריעס אָדער דורך אַ צײַטווײַליקער וויראַלער אָנצינדונג. דאָס איז אַ גאַנץ פֿאַרשפּרייטע צעלן־ענדערונג, וואָס קען זיך אויסהיילן פֿון זיך אַליין. אַנדערע ענדערונגען אין די צעלן, וואָס זענען עלול צו דערפֿירן צו אַ ראַק אין מוטער־העלדזל, קען מען באַזײַטיקן דורך אַ קליינער אָפּעראַציע.

אויב אַ צעלן־אונטערזוכונג ברענגט אַן אומנאָרמאַלן רעזולטאַט, דערקלערט מען עס אײַך און אָפֿט מאָל וועט איר פֿאַרבעטן ווערן צום דאָקטער אויף אַ צווייטער אונטערזוכונג. בײַ דער דאָזיקער געלעגנהייט וועט מען אײַך מערסטנס פֿאָרלייגן אַראָפּצונעמען די געענדערטע צעלן אָדער וואַרטן און זען אויב די ענדערונגען היילן זיך אויס אַליין.  

עס נעמט אַ סך צײַט ביז די ענדערונגען אין די צעלן אַנטוויקלען זיך אין אַ ראַק אין מוטער־העלדזל, אין אַלגעמיין צען ביז פֿופֿצן יאָר. זייער זעלטן געפֿינט מען אַן אַנטוויקלטן ראַק בײַ די צעלן־אונטערזוכונגען, אָבער דאָס געשעט אויך אַ מאָל. אין אַזעלכע פֿאַלן געפֿינט זיך בדרך־כּלל דער ראַק אין אַ פֿריִיִקן שטאַפּל, און דעריבער איז מעגלעך אַז די באַהאַנדלונג זאָל זײַן אַ לײַכטערע מיט ווייניקער באַגלייט־סימפּטאָמען.

יעדעס יאָר ווערן אַן ערך 450 שוועדישע פֿרויען קראַנק אויף אַ ראַק אין מוטער־העלדזל, בשעת אַ סך מער, אַרום 30.000 פֿרויען, באַקומען אַ מעלדונג אַז זיי האָבן ענדערונגען אין די צעלן.

Fäll ihop

פֿרויען ווערן פֿאַרבעטן אויף אַ רעגולערן אופֿן

פֿרויען ווערן פֿאַרבעטן אויף אַ רעגולערן אופֿן

פֿרויען ווערן באַשטעלט אַלע דרײַ יאָר

אַלע פֿרויען אינעם עלטער פֿון 23 ביז 50 יאָר, ווערן באַשטעלט אויף אַ צעלן־אונטערזוכונג אַלע דרײַ יאָר. ווײַטער, אין עלטער פֿון 50 ביז 60 יאָר, ווערט מען באַשטעלט אַלע פֿינף יאָר. די צײַט צווישן די באַשטעלונגען קען זיך ענדערן אַ ביסל פֿאַר די עלטערע פֿון 50 יאָר. דאָס ווענדט זיך אינעם פּלאַץ וווּ איר וווינט אין לאַנד. פֿרויען וואָס זענען שוין פֿריִער באַהאַנדלט געוואָרן איבער ענדערונגען אין די צעלן, וועלן אפֿשר באַדאַרפֿן דורכפֿירן צעלן־אונטערזוכונגען אויך נאָך דעם עלטער פֿון 60 יאָר.

די מעלדונג ווערט געשיקט אויפֿן אַדרעס אויף וועלכן איר זענט פֿאַרשריבן און די באַטייליקונג איז שטענדיק אַ פֿרײַוויליקע.

אין וועלכער קליניק גיט מען אַרײַן די אונטערזוכונג?

ווען איר ווערט באַשטעלט, ווערט די אונטערזוכונג דורכגעפֿירט דורך אַן אַקושערקע אין דער אַקושערקעס־קליניק, וואָס הייסט אויך קליניק פֿאַר מוטער־באַהאַנדלונג. אין ס'רובֿ פֿאַלן, באַקומט מען אַ באַשטימטן טערמין, וועלכן מען קען בײַטן. אין געוויסע קאַנטן איז אויך מעגלעך צו נעמען אַ טערמין אין אַן אַנדער קליניק.

אויב איר גיט איבער די צעלן־פּראָבקע צוזאַמען מיט אַ גינעקאָלאָגישער אונטערזוכונג, צום בײַשפּיל בײַ אַ גינעקאָלאָג אָדער אין פֿאַרבינדונג מיט אַ באַראַטונג צו באַקומען פֿאַרהיט־מיטלען, דאַן ווערט די אונטערזוכונג אויך פֿאַרשריבן אַזוי, אַז איר זאָלט באַקומען די באַשטעלונג אויף אַ נײַער צעלן־אונטערזוכונג נאָך דרײַ אָדער פֿינף יאָר.

Fäll ihop

עס זענען פֿאַראַן פֿרויען וואָס מוזן נישט דורכמאַכן אַזאַ אונטערזוכונג

עס זענען פֿאַראַן פֿרויען וואָס מוזן נישט דורכמאַכן אַזאַ אונטערזוכונג

עס ווערן נישט באַשטעלט פֿרויען וואָס זענען ייִנגער פֿון  23 יאָר אָדער עלטער פֿון 60 יאָר

פֿרויען וואָס זענען ייִנגער פֿון 23 יאָר ווערן נישט באַשטעלט אויף אַ צעלן־אונטערזוכונג. ריכטיק איז אַז ענדערונגען אין די צעלן זענען גאַנץ געוויינטלעך פֿאַרן עלטער פֿון 23 יאָר, נאָר מערסטנס פֿאַרשווינדן זיי פֿון זיך אַליין בײַ אַזעלכע יונגע פֿרויען. עס איז זייער זעלטן אַז אַ ראַק אין מוטער־העלדזל זאָל זיך אַנטוויקלען אַזוי פֿרי. אויב איר האָט זיך שוין באַטייליקט אין אַ גינעקאָלאָגישער צעלן־אונטערזוכונג און די רעזולטאַטן זענען עטלעכע מאָל געווען נאָרמאַלע ביזן עלטער פֿון 60 יאָר, זענען די שאַנסן שפּעטער צו אַנטוויקלען אַ ראַק אין מוטער־העלדזל זייער קליינע.

די וואָס האָבן נישט געהאַט קיין סעקסועלע באַציִונגען מוזן נישט דורכמאַכן די אונטערזוכונג

די וואָס האָבן קיין מאָל נישט געהאַט קיין סעקסועלע באַציִונגען, מוזן נישט דורכמאַכן קיין צעלן־אונטערזוכונג. אַ ראַק אין מוטער־העלדזל אַנטוויקלט זיך בלויז בײַ פֿרויען וואָס האָבן געהאַט סעקסועלע באַציִונגען און האָבן זיך בײַ דער געלעגנהייט אָנגענומען מיט אַ געוויסן סאָרט HPV (מענטשלעכער פּאַפּילאָמאַ־ווירוס).

פֿרויען האָמאָסעקסואַליסטקעס

אויך פֿאַר האָמאָסעקסואַליסטקעס איז געוווּנטשן דורכצומאַכן רעגולערע צעלן־אונטערזוכונגען. די סיבה דערצו איז אַז דער ווירוס, וואָס קען דערפֿירן צו ענדערונגען אין די צעלן, גייט אַ פּנים אויך אַריבער פֿון איין פֿרוי צו אַ צווייטער.

ווער עס האָט דורכגעמאַכט אַן אוטערוס־אָפּעראַציע

אויב מען האָט אײַך דורך אַן אָפּעראַציע אַראָפּגענומען דעם גאַנצן אוטערוס – אַזוינס איז באַקאַנט ווי "היסטערעקטאָמיע" –, דאַרפֿט איר נישט דורכמאַכן קיין צעלן־אונטערזוכונג, ווײַל אין אַזאַ פֿאַל איז אויך דער אַרײַנגאַנג פֿון מוטער־העלדזל אין גאַנצן אַראָפּגענומען געוואָרן בעת דער אָפּעראַציע. אָבער אויב די אָפּעראַציע איז דורכגעפֿירט געוואָרן צוליב אַ ראַק אין מוטער־העלדזל אָדער צוליב ענדערונגען אין צעלן פֿון מוטער־העלדזל, מוז מען ווײַטער גיין אויף אונטערזוכונגען. אין אַזאַ פֿאַל, נעמט מען די צעלן־פּראָבקעס פֿון דעם אייבערשטן טייל וואַגינע.

אויב איר זענט נישט זיכער וואָס פֿאַר אַן אָפּעראַציע איר האָט דורכגעמאַכט אָדער וואָס גענוי מען האָט אײַך אַראָפּגענומען בעת דער אָפּעראַציע, קענט איר זיך נאָכפֿרעגן אין דער קליניק וווּ מען האָט אײַך אָפּערירט. אויך די אַקושערקע, אין דער אַקושערקעס־קליניק אָדער קליניק פֿאַר מוטער־באַהאַנדלונג, קען אײַך אָפֿט מאָל העלפֿן באַקומען די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע. אויב איר זענט נישט זיכער, איז בעסער יאָ דורכצומאַכן די אונטערזוכונג.

Fäll ihop

אָט ווי עס גייט צו די אונטערזוכונג

אָט ווי עס גייט צו די אונטערזוכונג

 צוגרייטונגען

עס זענען נישט נייטיק קיין ספּעציעלע צוגרייטונגען, אָבער עס איז בעסער נישט צו האָבן קיין סעקסועלע באַציִונגען אָדער זיך באַניצן מיט וועלכן נישט איז קרעם אין די סעקסועלע אָרגאַנען, אַ מעת־לעת פֿאַר דער אונטערזוכונג. אַנישט קען זײַן שווער צו אינטערפּרעטירן די רעזולטאַטן פֿון דער אונטערזוכונג. אין דער צײַט פֿון מענסטרואַציע קען מען אויך נישט דורכפֿירן די אונטערזוכונג.

אונטערזוכונג פֿונעם אַרײַנגאַנג פֿונעם מוטער־העלדזל

בײַם דורכפֿירן די אונטערזוכונג, בעט מען אײַך זיך אויסטאָן דעם אונטערשטן טייל קערפּער און זיך אַוועקלייגן אויף דער גינעקאָלאָגישער אונטערזוכונג־שטול. דער אונטערזוכער אָדער די אונטערזוכערין, וואָס איז אַן אַקושערקע אָדער אַ דאָקטער, זונדערט פֿאָרזיכטיק פֿונאַנדער די ווענטלעך פֿון דער וואַגינע דורך געוויינטלעכע גינעקאָלאָגישע כּלים וואָס דאַרפֿן זײַן אין דער זעלבער טעמפּעראַטור ווי דער קערפּער. די אונטערזוכונג פֿירט מען דורך אין פֿאַרשיידענע פֿאָרמען לויט די פֿאַרשיידענע קליניקעס. מערסטנס, ניצט מען אַ קליינעם שפּאַטל פֿון האָלץ אָדער פֿון פּלאַסטיק, וואָס מע רײַבט אָן קעגן דעם אַרײַנגאַנג פֿונעם מוטער־העלדזל און נאָך דעם ניצט מען אַ ווייך בערשטעלע אין אונטערשטן קאַנאַל פֿונעם מוטער־העלדזל.

די אונטערזוכונג גייט אַדורך גיך און דויערט, אין אַלגעמיין, עטלעכע מינוט. די אונטערזוכונג טוט מערסטנס נישט וויי. עס זענען דאָ פֿרויען וואָס פֿילן אַן אומבאַקוועמלעכקייט, אָבער דאָס גייט גיך אַריבער.

פֿראַגעס צום ענטפֿערן

אָפֿט מאָל ווערט איר אויך געבעטן ענטפֿערן אויף אַ ריי פֿראַגעס בשעת דער אונטערזוכונג, ווי צום בײַשפּיל:

  • ווען איז געווען דער ערשטער טאָג פֿון אײַער לעצטער מענסטרואַציע, אָדער צי האָט די מענסטרואַציע אויפֿגעהערט.
  • צי איר באַניצט זיך מיט פֿאַרהיט־מיטלען, און אויב יאָ, וועלכע.
  • צי איר ווערט באַהאַנדלט מיט האָרמאָנען קעגן פּראָבלעמען פֿון דעם איבערגאַנג־עלטער.
  • צי איר זענט טראָגעדיק אָדער האָט געבוירן אין משך פֿונעם לעצטן יאָר.

די ענטפֿערס ווערן אַרײַנגעגעבן צוזאַמען מיט דער פּראָבקע און זיי פֿאַרלײַכטערן די אינטערפּרעטאַציע פֿון די רעזולטאַטן אין דער לאַבאָראַטאָריע.

עס קען טרעפֿן, נאָך דעם, אַ לײַכטע און נישט־געפֿערלעכע בלוטונג

די שלײַמהויט פֿונעם מוטער־העלדזל בלוטיקט לײַכט און עס איז אַ געוויינטלעכע זאַך, עס זאָל אַרויס אַ קליין און נישט געפֿערלעך כּמות בלוט נאָך דער אונטערזוכונג. דאָס בלוט ווערט פֿאַרשוווּנדן נאָך אַן ערך איין טאָג.

טראָגעדיקע פֿרויען קענען דורכמאַכן די אונטערזוכונג

די אונטערזוכונג איז אין גאַנצן נישט קיין געפֿערלעכע, אַזוי אַז מע קען דורכפֿירן די אונטערזוכונג אויך אויב איר זענט טראָגעדיק. מע רעקאָמענדירט דורכצומאַכן די אונטערזוכונג צום שפּעטסטן אין דער 15טער וואָך פֿון דער שוואַנגערשאַפֿט. די סיבה דערצו איז אַז דאָס אויספֿאָרשן אַ נישט־געוויינטלעכן רעזולטאַט איז שווערער ווען דאָס טראָגן איז שוין אַוואַנסירטער. 

Fäll ihop

ווען באַקומט מען אַן ענטפֿער?

ווען באַקומט מען אַן ענטפֿער?

דער גרעסטער טייל ענטפֿערס ווײַזן נישט קיין ענדערונגען

מע באַקומט די רעזולטאַטן פֿון דער אונטערזוכונג דורך דער פּאָסט אין פֿאַרלויף פֿון זעקס וואָכן, נאָר אַ מאָל קען עס דויערן לענגער. אַרום 95 פֿון 100 זענען אָן ענדערונגען אין די צעלן און ווערן באַטראַכט ווי נאָרמאַלע. אין דעם פֿאַל, באַקומט מען דורך דער פּאָסט גלײַך דעם ענטפֿער פֿון דער לאַבאָראַטאָריע.

אין פֿאַל ווען איר האָט איבערגעגעבן די צעלן־פּראָבקע אין אַ גינעקאָלאָגישער קליניק אָדער אַ קליניק פֿאַר באַראַטונג וועגן פֿאַרמײַד־מיטלען, איז די קליניק אַליין פֿאַראַנטוואָרטלעך אײַך צו געבן דעם ענטפֿער.

אין זעלטענע פֿאַלן איז אוממעגלעך צו אַנאַליזירן די צעלן־פּראָבקע, צום בײַשפּיל, אויב עס איז אין איר געווען אַ סך מענסטרואַציע־בלוט. אין אַזעלכע פֿאַלן, וועט איר באַקומען אַ פֿרישע באַשטעלונג אויף אַ צעלן־אונטערזוכונג.

אויב די אונטערזוכונג אַנטפּלעקט צעלן־ענדערונגען

אַז די אונטערזוכונג ווײַזט פֿאַרשיידענע ענדערונגען אין די צעלן, זוכט מען ווײַטער. אויב די ענדערונגען זענען לײַכטע און איר זענט אין עלטער פֿון 30 אָדער 35 – דער גענויער עלטער ווענדט זיך אין אײַער וווינאָרט אין לאַנד –, דאַן פֿירט מען דורך איבער דער פּראָבקע אַ וויראַלע אונטערזוכונג: מע זוכט צי איר האָט אַ סאָרט HPV (מענטשלעכער פּאַפּילאָמאַ־ווירוס), וועלכער קען גורם זײַן אַ ראַק אינעם מוטער־העלדזל. ווען מע געפֿינט יאָ אַ סאָרט HPV, ווערט איר באַשטעלט אויף אַ טערמין בײַ אַ גינעקאָלאָג. אויב איר האָט לײַכטע ענדערונגען אין די צעלן אָן אַזאַ ווירוס, דאַרפֿט איר דורכמאַכן אַ פֿרישע צעלן־אונטערזוכונג ערשט אין אַ יאָר אַרום.

ווען עס האַנדלט זיך אין מערערע ענדערונגען אין די צעלן בײַ פֿרויען אונטער 30 אָדער 35 יאָר אַלט, רעקאָמענדירט מען הײַנט צו טאָג זיך צו לאָזן אונטערזוכן דורך אַ גינעקאָלאָג. אין עטלעכע ערטער אין לאַנד קען געמאָלט זײַן איר זאָלט פֿון דאָס נײַ באַשטעלט ווערן אויף אַ צעלן־אונטערזוכונג בײַ אַן אַקושערקע. פֿאַר פֿרויען איבער 30 אָדער 35, בײַ וועמען עס ווערן אַנטדעקט ערנסטערע ענדערונגען אין די צעלן, רעקאָמענדירט מען אויך זיך צו לאָזן אונטערזוכן דורך אַ גינעקאָלאָג.

די צעלן־אונטערזוכונג גיט נישט קיין פֿולע באַוואָרענונג קעגן אַ ראַק

די רעגולערע צעלן־אונטערזוכונג איז אַ גוטע באַוואָרענונג קעגן אַ ראַק אין מוטער־העלדזל, אָבער נישט קיין אַבסאָלוטע. עס קען זיך, אין זעלטענע פֿאַלן, אַנטוויקלען אַ ראַק אין מוטער־העלדזל כאָטש די רעזולטאַטן פֿון די צעלן־אונטערזוכונגען זענען געווען נאָרמאַלע. טאַקע דעריבער איז וויכטיק שטענדיק צו גיין אויף אַ קאָנטראָל, מחוץ די רעגולערע צעלן־אונטערזוכונגען, אויב עס טרעפֿט זיך אַ בלוטונג צווישן די מענסטרואַציעס אָדער אַ בלוטונג שוין נאָכן אויפֿהער פֿון די מענסטרואַציעס.

שטענדיק קען מען זיך פֿאַרבינדן און זיך באַראַטן מיט אַ דאָקטער כּדי צו באַקומען אַן עצה צו וועמען זיך צו ווענדן.

איר וועט אפֿשר זײַן פֿאַרזאָרגט פֿאַר דער אונטערזוכונג און פֿאַרן באַקומען די רעזולטאַטן

מע קען זײַן פֿאַרזאָרגט בײַם אַרײַנגעבן די צעלן־אונטערזוכונג אָדער בעתן וואַרטן אויף די רעזולטאַטן. אין אַזעלכע מאָמענטן איז בעסער צו טראַכטן אַז די צעלן־אונטערזוכונג איז אַ סאָרט באַשיצונג קעגן ראַק. די ענדערונגען וואָס מען אַנטדעקט קען מען שטענדיק, ברייט גערעדט, באַזײַטיקן דורך אַ קליינער אָפּעראַציע, כּדי עס זאָל זיך נישט אַנטוויקלען קיין ראַק אין דער צוקונפֿט.

זייער זעלטן באַווײַזט די אונטערזוכונג אַז עס איז פֿאַראַן אַן אַנטוויקלטער ראַק. אין די ווייניקע פֿאַלן וואָס מען אַנטדעקט אַ ראַק בײַ דער צעלן־אונטערזוכונג, געפֿינט זיך די קרענק אין אַזאַ פֿריִיִקן שטאַפּל, אַז די באַהאַנדלונג בלײַבט אַ לײַכטערע און מיט ווייניקער באַגלייט־סימפּטאָמען. דורך דער צעלן־אונטערזוכונג קען מען אַנטדעקן די קרענק בײַ צײַטנס און די שאַנסן צו ווערן שטאַרק קראַנק זענען ווינציקער.

איר באַשליסט אַליין צי איר דערלויבט צו האַלטן די פּראָבקעס

אין אַלגעמיין האַלט מען די צעלן־פּראָבקעס. דאָס גיט אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרגלײַכן, למשל, נײַע אונטערזוכונגען מיט פֿריִערדיקע און באַמערקן פֿאַרשיידענע נײַע פֿאַקטן. די פּראָבקעס קענען אויך געניצט ווערן אין פֿאָרשונגען אָדער פֿאַר אַנדערע צוועקן דערלויבטע דורך דער קאָמיסיע פֿאַר עטישער פֿאָרשונג. אויב איר ווילט נישט די פּראָבקע זאָל געהאַלטן ווערן ווײַטער נאָך דער אונטערזוכונג, קענט איר דאָס צו וויסן געבן דעם וואָס פֿירט דורך די אונטערזוכונג, און דאַן וועט די פּראָבקע צעשטערט ווערן.

פּרטים וועגן די אונטערזוכונגען ווערן אָפּגעהיט אויך אין אַ ספּעציעלן רעגיסטער כּדי צו פֿאַרבעסערן די באַהאַנדלונג. אויב איר ווילט נישט מע זאָל זיך מיט דעם צוועק באַניצן מיט אײַערע פּרטים, קענט איר פֿאָדערן מע זאָל זיי אויסמעקן פֿונעם רעגיסטער.

Fäll ihop
Skriv ut (ca 9 sidor)
Senast uppdaterad:
2016-11-15
Skribent:

זשורנאַליסט: Björn Strander , גינעקאָלאָג, די גינעקאָלאָגישע קליניק,
 Kungshöjd och regionalt Cancercentrum Väst, Göteborg

Redaktör:

רעדאַקטאָרין: Monica Wallenius
, רעדאַקטאָרשע, 1177 Vårdguiden

Granskare:

ֿאַקטן־דורכקוק: Inga Sjöberg,
גינעקאָלאָגין און קינדער־דאָקטערשע,
Ersboda hälsocentral, Umeå

Illustratör:

אילוסטראַציעס: Kari C Toverud,
 מעדיצינישע טיטולירטע אילוסטראַטאָרין
Oslo, Norge