צונויפֿגעשטעלטע אינפֿאָרמאַציע װעגן קאָװיד־19

װאַקצינירונג קעגן קאָװיד־19

Vaccination mot covid-19 - jiddisch

קאָװיד־19 איז אַ קלעפּיקע קראַנקײט. װאַקצינירונג איז דער בעסטטער אופֿן אויסצומײַדן װערן ערנסט קראַנק און שטאַרבן פֿון דער קראַנקײט.

Person som får vaccin i armen. Fotografi.
מע באַקומט דעם װאַקצין דורך אַ שפּריץ אין אָרעם.

דײַן רעגיאָן טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דער װאַקצינירונג. קלײַב אויס רעגיאָן בײַם שפּיץ זײַטל כּדי צו קריגן װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַן לאָקאַלן מצבֿ.

דו דאַרפֿסט נישט צאָלן צו באַקומען דעם װאַקצין קעגן קאָװיד־19.

דו באַשליסטס אַלײן סײַ דו װילסט דעם װאַקצין סײַ נישט.

די אינפֿאָרמאַציע אין דעם אָ טעקסט גילטן פֿאַר אי קינדער, אי דערװאַקסענע.

.Du kan läsa texten på svenska här

װי אַזוי טוט מען כּדי צו באַקומען דעם װאַקצין?

מען באָט אָן װאָקצינירונג צו יעדן מענטש װאָס איז עלטער פֿון 12 יאָר. אַ פּאָר קינדער פֿון 5 יאָר אַלט קענען אויך קריגן װאַקצין קעגן קאָװֹיד־19.

מען באָט אויך אָן בחינמדיקע װאַקצינירונג צו זײ װאָס זוכן אַזיל דאָ אין שװעדן אָדער זענען דאָ אומלעגאַל. דאָס גילט אויך פֿאַר זײ װאָס אַרבעטן אָדער שטודירן אין שװעדן כאָטש זײ זענען נישט שװעדישע בירגערס.

מע רעקאָמענדירט אַז זײ װאָס האָבן שוין געהאַט קאָװיד־19, זײ זאָלן אויך נעמען דעם װאַקצין.

אַזוי פֿירט מען דורך די װאַקצינירונג

מע באַקומט דעם װאַקצין דורך אַ שפּריץ אין אָרעם. יעדער אײנער איבער 18 יאָר קריגט דרײַ אָדער פֿיר שפּריצן. דער װאָס איז ייִנגער פֿון 18 יאָר קריגט צװײ שפּריצן. מע װעט דיר ניט מאַכן אַלע די שפּריצן אין דער זעלבער צײַט.

דו זאָלסט בלײַבן בײַם דאָקטער 15 מינוט נאָכן שפּריץ. מע װיל זיך פֿאַרזיכערן אַז אַלץ איז דיר גוט.

ס'קען זײַן אַז מענטשן מיט זײער אַ שװערער פֿאַרקנאַפּטער אימוניטעט װעלן זיך נײטיקן אין עקסטרע דאָזעס װאַקצין. דײַן דאָקטער באַשטימט אויב דו ביסט אײן פֿון זײ.

דו טאָרסט ניט אויסקלײַבן װאָס מין װאַקצין דו װעסט באַקומען.

צי האָסטו פֿראַגעס װעגן דער װאַקצינירונג, פֿרעג אַ געזונט־אַרבעטער.

קען איך באַקומען דעם װאַקצין װען איך בין קראַנק?

דו זאָלסט נישט נעמען דעם װאַקצין אויב דו האָסט פֿיבער אָדער פֿילסט זיך קראַנק. װאַרט ביז דו ביסט װידער געזונט.

װי אַזוי פֿילט מען זיך נאָך דער װאַקצינירונג?

ס'קען טוט דיר װײ דער אָרעם און דער קאָפּ און דו קענסט זײַן מיד אין משך פֿון 24 שעה נאָך דער װאַקצינירונג. ס'קען אויך זײַן דיר קאַלט, דו קענסט באַקומען פֿיבער אָדער ס'קען טוט דיר װײ די גלידער און מוסקלען. מע רופֿט דאָס "בײַעפֿעקטן" און קינדער און דערװאַקסענע קריגן זײ געװײנטלעך נאָך דער װאַקצינירונג.

די בײַעפֿעקטן זענען בכלל לײַכטע און פֿאַרשװינדן נאָך אַ פּאָר טעג.

זעלטענע בײַעפֿעקטן פֿון דער װאַצינירונג

עטלעכע מיליאָנען מענטשן האָבן שוין גענומען דעם װאַקצין קעגן קאָװיד־19. שװערע בײַעפֿעקטן נאָך דער װאַקצינירונג זענען זײער זעלטענע. די ריזיקע צו זײַן שװער קראַנק פֿון קאָװיד־19 איז אַ סך גרעסער.

אינפֿאָרמירן װעגן בײַעפֿעקטן פֿונעם װאַקצין

דו קענסט איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע צו דער אינסטאַנץ פֿאַר מעדיצינען װען דו האָסט אַנטדעקט אַ מעגלעכן בײַעפֿעקט פֿונעם װאַקצין.  דאָס װעבזײַטל איז אויף שװעדיש.

אויך געזונט־אַרבעטערס גיבן איבער אינפֿאָרמאַציע װען זײ אַנטדערן מעגלעכע בײַעפֿעקטן פֿונעם װאַקצין.

מע זאַמלט צונויף די אינפֿאָרמאַציע װעגן מעגלעכע בײַעפֿעקטן. נאָך דעם פֿאָרשט מען אויס אויב דער עפֿעקט האָט אֲ פֿאַרבינדונג מיטן װאַקצין.

שװענגערשאַפֿט און װאַקצינורונג

מען קען װערן זײער קראַנק אין קאָװיד־19 אין משך פֿון אַ שװענגערשאַפֿט. כּדי צו שיצן די שװענגערדיקע פֿרויען און זײערע קינדער רעקאָמענדירט מען װאַקצינירונג.

אַ סך שװענגערדיקע פֿרויען איבער דער גאַנצער װעלט האָבן שוין באַקומען דעם װאַקצין קעגן קאָװיד־19. דער װאַקצין איז זיכער פֿאַרן קינד אין בויך.

רעד מיט דײַן הײבאַם אויב דו האָסט פֿראַגעס.

לײען װײַטער װעגן שװענגערשאַפֿט און קאָװיד־19.

קינדער און װאַקצינירונג

ינדער קענען װערן שװער קראַנק פֿון קאָװיד־19, ניט געקוקט אויף דעם װאָס עס איז זעלטן. דערפֿאַר באָט מען אָן דעם װאַקצין צו קינדער איבער 12 יאָר.

אַ פּאָר קינדער פֿון 5 יאָר אַלט קענען אויך קריגן דעם װאַקצין קעגן קאָװיד־19. די דאָזיקע קינדער האָבן אַ שװערע קראנקײט. ס'קען למשל האַנדלען זיך װעגן אַ שװערער לונגען־קראַנקײט. רעד מיטן קינדס דאָקטער כּדי צו פֿאַרשטײן װאָס גילט פֿאַר דײַן קינד. 

מענטשן ייִנגער פֿון 18 יאָר מעגן זיך נײטיקן אין אַ באַשטעטיקונג פֿון די עלטערן כּדי צו קריגן דעם װאַקצין. שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן אָרט װוּ מען פֿירט דורך װאַקצינירונגען אויב דו װילסט קריגן דעם װאַקצין, כאָטש דו האָסט ניט קײן באַשטעטיקונג.

דו װאָס האָסט פֿריער באַקומען אַן אַלערגישע רעאַקציע

רעד מיט אַ דאָקטער אויב דו האָסט פֿריער געקראָגן אַ שװערע אַלערגישע רעאַקציע װאָס האָסט געפֿאָדערט געזונט־אָפּהיט אין משך פֿון דעם זעלביקן טאָג. למשל פֿון אַ װאַצינירונג, מעדיצין אָדער עפּעס װאָס דו האָסט געגעסן.

מע האָט גוט קאָנטראָלירט די װאַקצינען

מע האָט קאָנטראָלירט דעם װאַקצין קעגן קאָװיד־19 אויף די זעלבע גרונטיקע אופֿנים װי אַנדערע װאַקצינען. אַ סך דערװאַקסענע און קינדער האָבן שוין באַקומען דעם װאַקצין און פֿאָרשערס האָבן אויסגעפֿאָרשט די עפֿעקטן. מע פֿירט װײַטער אָן מיטן אויספֿאָרשן די װאַקצינען.

פֿאָרשערס פֿון אַ סך לענדער האָבן געאַרבעט צוזאַמען כּדי צו אַנטװיקלען דעם װאַקצין. אַ סך לענדער און פֿירמעס איבער דער גאַנצער װעלט האָבן אינװעסטירט אַ סך געלט אינעם װאַקצין. דערפֿאַר האָט מען גיך געקענט אַנטװיקלען דעם װאַקצין.

אויפֿן זײַטל אַזוי אַרבעטן װאַקצינען קענסטו לײענען אינפֿאָרמאַציעס און קוקן אויף פֿילמען װעגן װאַקצינען. דער טעקסט און די פֿילמען זענען אויף שװעדיש.

פֿאָלג װײַטער די עצות פֿאַר אַ פֿאַרקלענערטער פֿאַרשפּרײטונג פֿון קאָװיד־19

דו זאָלסט פֿאָלגן די עצות פֿון די מלוכישע אינסטאַנצן אויך נאָך דער װאַקצינירונג.

עס איז דאָ אַ קלײנע ריזיקע אַז דו קענסט װערן קראַנק אויך װען דו האָסט באַקומען דעם װאַקצין.

To the top of the page