צונויפֿגעשטעלטע אינפֿאָרמאַציע װעגן קאָװיד־19

עצות צו דיר מיט קאָװיד־19

Råd till dig som har covid-19 - jiddisch

דאָ זענען עצות צו דיר װאָס האָט די קראַנקײט קאָװיד־19. די עצות זענען פֿאַר דיר װאָס קען בלײַבן אין דער הײם און נײטיקן זיך ניט אין געזונט־אָפּהיט בײַם שפּיטאָל. שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן געזונט־סעקטאָר אויב דו װערסט קראַנקער.

עס איז װיכטיק אַז דו בלײַבסט אין דער הײם װען דו ביסט קראַנק. דו מוזט לאָזן זיך מאַכן קאָװיד־19־טעסטן.  אַ טעסט איז די זעלבע זאַך װי אַ פּרוּװל.

נעם דעם װאַקצין קעגן קאָװיד־19 װען דו ביסט װידער געזונט, אויב דו האָסט ניט פֿריער גענומען דעם װאַקצין.

קלײַב אויס רעגיאָן, אויפֿן שפּיץ פֿונעם זײַטל, כּדי צו קריגן װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַן לאָקאַלן מצבֿ.

.Läs texten på svenska här

To the top of the page