צונויפֿגעשטעלטע אינפֿאָרמאַציע װעגן קאָװיד־19

קאָװיד־19 ‏- ייִדיש

Om Covid-19 - jiddisch

קאָװיד־19 איז דאָ צוליב אַ װירוס. ס'רובֿ מענטשן װאָס באַקומט קאָװיד־19 װערן קראַנק אויפֿן זעלבן אופֿן װי אַ פֿאַרקילונג. אַ פּאָר מענטשן, אָבער, װערן זײער קראַנק און נײטיקן זיך אין אָפּהיט בײַם שפּיטאָל.

מע קריגט די קרײַנקײט קאָװיד־19 צוליב אַ װירוס, װאָס געהערט צו דער גרופּע קאָראָנאַ־װירוסן.

די קראַנקײט איז פֿאַראַן אויף דער גאַנצער װעלט. צוליב דעם רופֿט מען די סיטואַציע אַ פּאַנדעמיע.

קלײַב אויס רעגיאָן, אויפֿן שפּיץ פֿונעם זײַטל, כּדי צו קריגן װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַן לאָקאַלן מצבֿ.

Läs texten på svenska här

װאַקצין קעגן קאָװיד־19

עס איז דאָ װאַקצין קעגן קאָװיד־19. דער װאַקצין שיצט דיר פֿון װערן ערנסט קראַנק פֿון קאָװיד־19.

סימפּטאָמען פֿון קאָװיד־19

 .פֿאַרן רובֿ מענטשן פֿילט קאָװיד־19 װי אַ פּשוטע פֿאַרקילונג אָדער אינפֿלוענצע

ס'רובֿ מענטשן װערן װידער געזונט נאָך, בערך, אַ װאָך. אַ פּאָר מענטשן זענען קראַנק אין משך פֿון אַ לענגערער צײַט.

דאָ זענען די געװײנטלעכסטע סימפּטאָמען פֿון קאָװיד־19:

  • הוסט
  • פֿיבער
  • האַלדז־װײטיק
  • ס'רונט דיר פֿון דער נאָז
  • פֿאַרענדערט טעם און שמעק
  • קאָפּ־װײטיק
  • מוסקל־װײטיק
  • נישט־גוטקײט
  • בויך־װײטיק
  • לויזער מאָגן
  • שװער צו אָטעמען
  • מידקײט

אַ פּאָר מענטשן װערן זײער קראַנק

אַ פּאָר מענטשן װערן שטאַרק קראַנקער נאָך, בערך, אַ װאָך מיט קאָװיד־19. דאַן, קען עס זײַן שװער צו אָטעמען און דו פֿילסט זיך שװאַך אין גוף.

די ריזיקע װערט אַלץ העכער װאָס עלטער מען איז.

די ריזיקע װערט העכער װען מען איז איבערפֿעט.

עס איז אויך אַ העכערע ריזיקע פֿאַר שװענגערדיקע פֿרויען.

עטלעכע קראַנקײטן קענען אויכעט פֿאַרגרעסערן די ריזיקע צו װערן ערנסט קראַנק.

לאָז זיך מאַכן קאָװיד־19־טעסטן

עס איז װיכטיק אַז דו בלײַבסט אין דער הײם װען דו ביסט קראַנק. ס'רובֿ מענטשן דאַרפֿן זיך ניט לאָזן מאַכן טעסטן.  לײען װײַטער אינעם טעקסט לאָזן זיך מאַכן קאָװיד־19־טעסטן. 

װען און װוּ קען איך באַקומען אָפּהיט?

ס'רובֿ מענטשן מיט קאָװיד־19 נײטיקן זיך ניט אין אָפּהיט. מע װערט געװײנטלעך װידער געזונט אָן אינטערװענצן.

קלינג אָן 1177 כּדי צו קריגן עצות. געװענטלעך, ענטפֿערט אַ קראַנקן־שװעסטער. זי קען דיר אויך העלפֿן צו אָפּזוכן אָפּהיט בײַם רעכטן אָרט.

די קראַנקן־שװעסטער רעדן שװעדיש און ענגליש. ס'טרעפֿט זיך אַז דו קענסט קריגן עצות אויך אויף אַנדערע שפּראַכן.

טאָמער, האָסטו אַ טעלעפֿאָן מיט אַן אויסלענדישן נומער, קלינגסטו אָן 46771-117700+.

אין משך פֿון אַ נויטפֿאַל

שטעל זיך תּיקף אין פֿאַרבינדונג מיט אַ קליניק אָדער אַן אַנדערן אָפֿנען געזונט־אָפּטײל אויב דו האָסט אײן פֿון די אָ פּראָבלעמען:

  • דו װערסט גיך אַלץ קראַנקער
  • ס'איז דיר שװער צו אָטעמען אויך װען דו רוסט זיך אָפּ

זוך אָפּ געזונט־אָפּהיט בײַם נויטזאַל אָדער אָפֿנען געזונט־אָפּטײל װען דו קענסט זיך נישט שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דײַן קליניק,

אַזוי קריגט מען קאָװיד־19

מען קריגט געװײנטלעך קאָװיד־19 צוליב עמעצן װאָס האָט געהוסט אָדער געניסט. װײַל אַזוי פֿאַרשפּרײט זיך דער װירוס אין טראָפּנס. װען מען קריגט אַזוינע טראָפּנס אין זיך קען מען קריגן די קראַנקײט.

די טראָפּנס קענען אויך זײַן דאָ אויף פֿאַרשײדענע זאַכן. װען דו רירסט אָן די דאָזיקע זאַַכן קענסטו קריגן דעם װירוס אין דיר. די ריזיקע צו װערן קראַנק אין אַזאַ סיטואַציע איז אָבער מינימאַל.

טאָמער, האָסטו קאָװיד־19 קענסטו פֿאַרשפּרײטן דעם װירוס צו אַנדערע מענטשן אויך װען דו פֿילסט זיך געזונט.

פֿאַר די שװענגערדיקע פֿרויען

ס'קען זײַן זײער שװער צו זײַן קראַנק אין משך פֿון אַ שװענגערשאַפֿט.

די ריזיקע צו װערן שװער קראַנק איז העכער פֿאַר זײ װאָס האָבן ניט גענומען דעם װאַקצין.

דאָס קינד קען קומען צו פֿרי אויב דו װערסט קראַנק אין משך פֿון דער צװײטער העלפֿט שװענדערשאַפֿט.

ס'קען זײַן אַז דו מוזט גײן צו קינד דורך קײסערשניט אויב דו װערסט קראַנק אין קאָװיד־19.

רעד מיט דײַן הײבאַם אָדער דאָקטער. זײ קענען דיר געבן עצות.

ס'רובֿ װאַצינירטע שװענגערדיקע פֿרויען װערן ניט שװער קראַנק.

פֿאַר די זײגעדיקע מאַמעס

דו קענסט יאָ געבן דאָס קינד די ברוסט אויך װען דו האָסט קאָװיד־19

דו קענסט קריגן עצות און הילף בײַ BVC.

באַהאַנדלונג

ס'רובֿ מענטשן נײטיקן זיך ניט אין קײן באַהאַנדלונג פֿאַר קאָװיד־19. עס זענען דאָ זאַכן דו קענסט טאָן כּדי זיך צו פֿילן אַ ביסל בעסער.

אַ פּאָר מענטשן נײטיקן זיך אין אָפּהיט בײַם שפּיטאָל. מען קען למשל נײטיקן זיך אין זויערשטאָף כּדי צו קענען אָטעמען בעסער.

אַ פּאָר מענטשן װערן זײער קראַנק און נײטיקן זיך אין קינסטלעכע אָטעמונג. איז מען אַנעסטיזירט געװאָרן. מען רופֿט דאָס "אינטענסיװן אָפּהיט".

To the top of the page