צונויפֿגעשטעלטע אינפֿאָרמאַציע װעגן קאָװיד־19

לאָז זיך מאַכן טעסטן פֿאַר קאָװיד־19

Lämna prov för covid-19 - jiddisch

ס'רובֿ מענטשן דאַרפֿן זיך ניט לאָזן זיך מאַכן טעסטן װען זײ האָבן סימפּטאָם פֿון קאָװיד־19. אָבער אַ פּאָר מוזן עס יאָ טאָן. למשל װען מען אַרבעט אינעם געזונט־סעקטאָר אָדער מיטן געריאַטרישן אָפּהיט, װוינט אין אַ מושבֿ־זקנים אָדער קריגט אָפּהיט אין דער הײם.

קלײַב אויס רעגיאָן, אויפֿן שפּיץ פֿונעם זײַטל, כּדי צו קריגן װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַן לאָקאַלן מצבֿ.

Läs texten på svenska här

לײען מער װעגן דער קראַנקײט אינעם טעקסט קאָװיד־19.

װען זאָל איך לאָזן זיך מאַכון טעסטן?

ס'קען זײַן אַז דו דאַרפֿסט איבערלאָזן אַ פּרוּװל װען דו האָסט סימפּטאָמען װאָס קענען זײַן צוליב קאָװיד־19. דער דאָזיקער כּלל גילט אויך אויב דו האָסט געמומען דעם װאַקצין.

דו דאַרפֿן זיך לאָזן מאַכן טעסטן װען עפּעס אין דער אָ רשימה שטימט:

  • דו אַרבעטסט אין דעם געזונט־סעקטאָר אָדער מיטן געריאַטרישן אָפּהיט.
  • דו װוינסט אין אַ מושבֿ־זקנים אָדער קריגסט אָפּהיט אין דער הײם.
  • אַ דאָקטער אָדער אַ קראַנקן־שװעסטער האָט דיר געבעטן איבערלאָזן אַ פּרוּװל.

דו קענסט יאָ װערן װידער קראַנק אין קאָװיד־19. אָבער דו מוזט זיך מסתּמה ניט לאָזן מאַכן טעסטן אויב דו ביסט קראַנק געװען אין משך פֿון די לעצטע דרײַ חודשים.

צו איבערלאָזן אַ פּרוּװל

דאָס געװײנטלעכסטע מין פּרוּװל רופֿט מען PCR־פּרוּװל.

עמעצער װאָס אַרבעט אינעם געזונט־סעקטאָר קען נעמען דאָס פּרוּװל. ס'טרעפֿט זיך אַז דו אַלײן מעגסט נעמען דאָס פּרוּװל. דאַן, קריגסטו װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי מען טוט.

בלײַב אין דער הײם ביז דעם װאָס דו האָסט באַקומען די רעזולטאַט

עס איז װיכטיק צו בלײַבן אין דער הײם ביז דעם װאָס מע האָט באַקומען די רעזולטאַט פֿונעם פּרוּװל.

אנטיגענע־טעסט – גיך־טעסט

עס זענען פֿאַראַן אַנדערע מינים פּרוּװלעך, למשל אַנטיגענע־טעסטן. מע רופֿט זײ אויך "גיך־טעסטן" און מע קען זײ קויפֿן בײַ אַן אַפּטײק.

דו דאַרפֿסט ניט קויפֿן קײן אַנטיגענע־טעסט אויב דו װילסט דאָס ניט טאָן.

אַזוי פֿירט מען דורך אַ טעסט

מען מאַכט דעם טעסט מיט אַ ספּעציעל װאַטקעלע װאָס מען ניצט צו אויסװישן אָדער די נאָז אָדער דעם האַלדז, אָדער אַפֿילו בײדע נאָז און האַלדז.

ס'קען דיר פֿילן אַ ביסל מאָדנע אָבער ס'טוט נישט װײ.

װי לאַנד זאָל איך בלײַבן אין דער הײם?

בלײַב אין דער הײם װען דו פֿילסט זיך קראַנק. אויך װען דו האָסט באַקומען אַ נעגאַטיװע פּרוּװל־רעזולטאַט. בלײַב אין דער הײם ביז דו ביסט װידער געזונט.

טאָמער, האָסטו באַקומען אַ פּאָזיטיװיע PCR־טעסט־רעזולטאַט, מוזטו בלײַבן אין דער הײם ביסטו זײַן נישט מער קלעפּיק. דו אינפֿעקטירסט נישט די אַנדערע װען אַלץ אין דער אָ רשימה איז אמת:

  • דו פֿילסט זיך אַ סך בעסער
  • דו האָסט נישט געהאַט קײן פֿיבער אין משך פֿון צװײ טעג.
  • צום װֹײניקסטן זיבן טעג זענען פֿאַרבײַ זינט דו ביסט קראַנק געװאָרן.

דו דאַרפֿסט נישט לאָזן זיך מאַכן טעסטן כּדי צו װיסן אַז דו ביסט נישט מער קלעפּיק.

לײען װײַטער אינעם טעקסט עצות צו דיר מיט קאָװיד־19

To the top of the page