תּקנות און רעכט

מינאָריטעט שפּראַך רעדער

Du som talar ett minoritetsspråk - jiddisch

אױב איר געהערן צוּ אַ נאַציאָנעלע מינאָריטעט, האט איר דעם רעכט, אין געוויסע פֿאַלן, צוּ ניצן אײַער שפּראַך אין קאָנטאַקט מיט דעם אָפּהיטוּנג צענטער. לײענט דאָ װאָס גייט אן אין פֿאַרשיידענע סיטוּאַציעס.

.Läs texten på svenska här

ספּעציעל באַדינגונגען גייען אן אין געוויסעגעגנטער פֿוּן דעם לאַנד. כּדי צוּ באַקוּמען אינפֿאָרמאַציע װעגן אײַער געגנט, מאַכט זיכער אז איר האָט אױסגעקליבן די ריכטיגע געגנט אין דעם געגנט אױסקלײַבוּנג אין אױבן פֿוּן דעם בלאט.

װאָס זײַנען די נאַציאָנעלע מינאָרוטעטן?

די Lagen om nationella minoriteter och minoritetsspråk צוּלייגט צוּ די ראָמאַני, איִדן, סאַמי, שװעדן פֿינלענדערנס אוּן טאָרנעדאַליאַנס.

אױב איר געהערט צוּ אײנע פֿוּן די מינאָריטעטן, האט איר דעם רעכט צוּ ניצן אײַער שפּראַך אין קאָנטאַקט מיט געוויסע פאבליק אױטאָריטעטן, צוּם בײַשפּיל, די װאָס זײַנען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר געזוּנטעהײַט אוּן מעדיקאַל אָפּהיטוּנג.

עס געהערט פאר אייך צו באשליסן אױב איר געהערן צוּ אַ נאַציאָנעלע מינאָריטעט. איר דאַרפֿן נישט קײן באַזוּנדערע סערטיפֿיקאַט. 

װעלכע שפּראַכן זײַנען זײ?

די נאַציאָנעלע מינאָריטעט שפּראַכן זײַנען:

  • פֿיניש
  • די סאַמי שפּראַך
  • מעאַנקיעלי
  • ראָמאַני
  • ייִדיש

די געזעץ גייט אן ביי אַלע מינאָריטעט שפּראַך-רעדער אין שװעדן, וואוּהין זײ לעבן אין דעם לאַנד. די געזעץ איז שטרענגער אין געוויסע ערטער וואו די שפּראַכן זײַנען מער פארשפרייט. די ערטער הײסן אדמיניסטראציע געגנטער.

איר קענט דא אויסגעפֿינען אױב איר לעבט אין אַן אדמיניסטראציע געגנט אוּן װעלכע זײַנען די שפּראַכן וואוּ איר לעבט.

װי אַזױ דאָס טוט מיר אפעקטירן װען איך דאַרף געזוּנטערהײַט אָפּהיטוּנג?

איר דארפט זיין ערמעגליכט צו קענען זיך אױסדרוּקן, אוּן באַקוּמען אינפֿאָרמאַציע אוּן הילף אין אײַער שפּראַך, אזױ ווייט װי דאָס איז מעגלעך. דאָס מײנט זיך אױסדרוּקן אין רעדן אוּן אין שרײַבן. אײַער שפּראַך איז װיכטיג װײַל עס דערלויבט אייך זיך צו באַטײליגן אין אײַער געזוּנטערהײַט אָפּהיטוּנג. װען איר זוכט געזוּנטערהײַט אָפּהיטוּנג, פֿרעג אױב עס איז דאָ סיי וועלכע איינגעשטעלטע  װאָס רעדט אײַער שפּראַך.

אױב עס איז נישט דאָ קײן איינגעשטעלטע װאָס רעדט אײַער שפּראַך, קענט איר אנשטאט בעטן פֿאַר אַ פֿאַרטײַטשער פֿאַר אײַער געזוּנטערהײַט אָפּהיטוּנג װיזיט. עס איז װיכטיג אַז דעם אָפּהיטוּנג צענטער זאָל װיסן װען איר באַשטעלן די װיזיט אוּן אז איר װילט דעם פֿאַרטײַטשער. דעם פֿאַרטײַטשער קען אײַך העלפֿן פֿרעגן פֿראַגעס אוּן איבערזעצן די ענטפֿערס פֿוּן דעם געזוּנטערהײַט אָפּהיטוּנג איינגעשטעלטע.

װי אַזױ אַרבעט פֿאַרטײַטשער הילף?

זיך באַגעגענען מיט אַ פֿאַרטײַטשער קען זײַן אין פֿאַרשיידענע װעג. דעם פֿאַרטײַטשער קען זײַן אנוועזענד אױפֿן אָרט, אָדער קען רעדן דוּרך אַ טעלעפֿאָן אָדער װידעאָ שמוּעס.

פֿאַרשיידענע שפּראַכן געוואנדן אױף וואו איר לעבט.

די מינאָריטעט שפּראַכן װאָס מען רעדט קענען  זײַן פֿאַרשײדן, ווענד זיך אױף וואו איר לעבט. איר קענט זוּכן געזוּנטערהײַט אָפּהיטוּנג אין אַן אַנדערער געגנט אױב עס איז נישט דאָ קײן פּערסאָנאַל װאָס רעדט אײַער שפּראַך וואו איר לעבט. איר קענט אױך בעטן צוּ באַקוּמען שריפֿטלעכע אינפֿאָרמאַציע אין אײַער שפּראַך. עס קען צומאל זײַן אײַער נאָענטע משפּחה מיטגלידער װאָס דאַרפֿן די אינפֿאָרמאַציע.

צומאל, קען עס זײַן די מוּניציפּאַליטעט װאָס שטעלן צו דעם הילף, געזוּנטערהײַט אָפּהיטוּנג אָדער מעדיקאַל אָפּהיטוּנג, אין וועלכן  פֿאַל זענען זיי די װאָס איר דאַרפֿט קאָנטאַקטירן װעגן אײַערע פֿראַגעס. עס קען זײַן אַ אנגעלעגנהייט פון הילף פֿוּן סאציאלע סערוויסעס, צוּם בײַשפּיל, אָדער אָפּהיטוּנג פֿאַר די עלטערע.

װאָס גייט אן ביי די אָפּהיטוּנג פֿאַר די עלטערע?

אױב איר לעבט אין אַן אדמיניסטראציע געגנט פֿאַר פֿיניש, מעאַנקיעלי אָדער סאַמי, אוּן איר געהערט צוּ אײנע פֿוּן די מינאָריטעטן, האט איר דעם רעכט פֿאַר באַדינוּנג אוּן אָפּהיטוּנג צוּגעשטעלט דורך איינגעשטעלטע װאָס רעדט אײַער שפּראַך. די אָפּהיטוּנג צוּשטעלער פֿאַר די עלטערע אין די מוּניציפּאַליטעטן דאַרפֿן פֿאַרזיכערן אַז עס איז דאָ איינגעשטעלטע װאָס רעדט די שפּראַכן.

אין אַנדערע פּלעצער פֿוּנעם לאַנד, האט איר דעם רעכט פֿאַר אָפּהיטוּנג פֿאַר די עלטערע אין אײַער שפּראַך אױב עס איז דאָ איינגעשטעלטע  װאָס רעדן די שפּראַך. איר האָט דעם רעכט אױב איר רעדן ייִדיש אָדער ראָמאַני.

אױב איר זענט נישט צוּפֿרידן מיט דעם אָפּהיטוּנג

אױב איר זענט נישט צוּפֿרידן מיט דעם אָפּהיטוּנג װאָס איר האָבן באַקוּמען, דארפט איר ערשט קאָנטאַקטירן דעם געזוּנטערהײַט אָפּהיטוּנג װעגן אײַער באַקלאָג דערװעגן. בעטן פֿאַר דעם הילף פֿוּן אַ פֿאַרטײַטשער, אוּן פּרוּבירט צוּ זײַן איינשטימוג מיט דעם פֿאַראַנטוואָרטליכן פּערסאָנאַל ביי די סורדזשערי.

איר קענט אױך קאָנטאַקטירן דעם פּאַציענט ראָטן קאָמיטעט אין דעם געגנט וואו איר לעבט. אױב עס איז דאָ אַ פֿאַל אַרבעטער װאָס קען אײַער שפּראַך, איר קענען גלײַך באַקוּמען הילף.  אויב נישט, קענט איר שרײַבן צוּ דעם פּאַציענט ראָטן קאָמיטעט. אײַער טעקסט װעט װערן איבערגעזעצט אוּן איר וועט דאן באַקוּמען אַ שריפֿטלעך
ענטפֿער אין אײַער שפּראַך.

איר װילט לערנען מער?

דעם Sametinget אוּן דעם  Länsstyrelsen i Stockholms län פֿאַרזיכערט אַז מען פֿאָלגט די געזעצן.
דעם Sametinget איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די סאַמי שפּראַך אוּן דעם Länsstyrelsen i Stockholms län  
איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַנדערע מינאָריטעט שפּראַכן.

Sametinget
Enheten för minoritetsfrågor vid Länsstyrelsen i Stockholms län
Webbplats för de nationella minoriteterna
Lagen om nationella minoriteter och minoritetsspråk

To the top of the page