Problem att få provsvar covid-19.Det här meddelandet avser Gävleborg

Just nu är det problem att få sitt provsvar, felsökning pågår. Eftersom det är många som ringer är det också lång kö till supportnumret 026-15 03 00.

צונויפֿגעשטעלטע אינפֿאָרמאַציע װעגן קאָװיד־19

לאָז זיך מאַכן טעסטן פֿאַר קאָװיד־19

Lämna prov för covid-19 - jiddisch

מע דאַרף לאָזן זיך מאַכן אַ טעסט כּדי צו װיסן אויב מען האָט קאָװיד־19. אַ טעסט איז די זעלבע זאַך װי אַ פּרוּװל. לאָז איבער אַ פּרוּװל אויב דו האָסט סימפּטאָמען.

ס'איז גוט צו װיסן אויב דו ביסט קראַנק צוליב קאָװיד־19. אַזוי קענסטו, פֿאַרשטײ זיך, אויסמײַדן פֿאַרשפּרײטן די קראַנקײט צו אַנדערע מענטשן.

קלײַב אויס רעגיאָן, אויפֿן שפּיץ פֿונעם זײַטל, כּדי צו קריגן װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַן לאָקאַלן מצבֿ.

Läs texten på svenska här

טאָמער, האָסטו אַ פּאָזיטיװיע טעסט־רעזולטאַט, מוזטו בלײַבן אין דער הײם ביסטו זײַן נישט מער קלעפּיק. דו אינפֿעקטירסט נישט די אַנדערע װען אַלץ אין דער אָ רשימה איז אמת:

  • דו פֿילסט זיך אַ סך בעסער
  • דו האָסט נישט געהאַט קײן פֿיבער אין משך פֿון צװײ טעג.
  • צום װֹײניקסטן זיבן טעג זענען פֿאַרבײַ זינט דו ביסט קראַנק געװאָרן.

דו דאַרפֿסט נישט לאָזן זיך מאַכן טעסטן כּדי צו װיסן אַז דו ביסט נישט מער קלעפּיק.

ס'קען זײַן אַז דײַנע שטובמענטשן אויך מוזן בלײַבן אין דער הײם װען דו האָסט קאָװיד־19. מען װעט דאָס דערקלערן אין דער טעסט־רעזולטאַט.

לײען װײַטער אינעם טעקסט װאָס קען איך אַלײן טאָן װען איך האָב קאָװיד־19?

עס איז װיכטיק אַז דו װײַטער פּראָבירט צו פֿארקלענערן דעם פֿאַרשפּרײטן דעם װירוס װען דו ביסט געזונט. דאָס גילט אויך פֿאַר דיר װאָס איז אימון. טוט אַזוי:

To the top of the page