די פאציענט געזעץ
Patientlagen – jiddisch hebreisk skrift

Skriv ut (ca 3 sidor)
Skriv ut

Sammanfattning

Sammanfattning

די פאציענט געזעץ באשוצט פאציענטן און ערלויבט אייך צו באקומען אינפארמאציע איבער אייער קרענק מעגליכע היילונגען, אז איר זאלט קענען מאכן באשלוסן איבער באהאנדלונג און טריעטמענט און וויסן ווי איר קענט עס באקומען.

Visa mer

די אינפארמאציע

די אינפארמאציע

אפגעזעהן פון אייער אידענטיטעט אדער הונטערגרונד, מוז אייך די מעדעצינישע שטאב געבן די אינפארמאציע וואס איר דארפט. דאס רעכט אריין אן איבערזעצער אדער שריפטליכע אינפארמאציע צו פארשטיין אונטערזוכונגען.

די אינפארמאציע מוז זיין צוגעפאסט צו אייער צושטאנד און אומשטענדן אז איר זאלט קענען פארשטיין און מאכן באהאנדלונג באשלוסן. איר קענט אויסוועלן ווי שטארק אקטיוו איר ווילט זיין, אבער איר קענט אלץ באשליסן אז איר ווילט.

ווען איר פשירט אז איר פארשטייט אייערע אויסוואלן און ברירות, קענט איר איינשטימען אדער זאגן יא אויף אנדערע וועגן. איר קענט אויך זאגו ניין צו די באהאנדלונג וואס איז אנגעטראגן. איר קענט אויך טוישן אייער מיינונג נאכן איינשטימען.

קינדער קענען אויך ארויסגעבן זייער מיינונג. א קליין קינד טוט דאס דורך די עלטערן. ווי עלטער דאס קינד איז, איז מער וויכטיג אז ער זאל אנטיילנעמען אין די באהאנדלונג. זיין אקטיוו און מאכן באשלוסן פאדערט אז א קינד זאל פארשטיין די אינפארמאציע.

וועלכע סארט אינפארמאציע?

איר דארפט באקומען אינפארמאציע איבער

  • אייער געזונט צושטאנד
  • די מעטאדן פאר אונטערזוכונג, באהאנדלונג און טריעטמענט
  • וועלכע מעדעצינישע היילונגען זענען פאראן
  • ווען קענט איר ערווארטן צו באקומען באהאנדלונג
  • ערווארטעטע רעזולטאטן פון טריעטמענט און באהאנדלונג
  • ריזיקעס פון קאמפליקאציעס און זייט ווירקונגען
  • ערהוילונג און פארלאנגטע פאולא אפ
  • גרייטע מעטאדן צו פארמיידן קרענק אדער שעדיגונג
  • געלעגנהייט צו באקומען מער אינפארמאציע פון סאציאלע אינשורענס (Försäkringskassan) אין א EEA לאנד אדער שווייץ.

אייערע נאענטע קענען צומאל דארפן האבן אינפארמאציע איבער אייער באהאנדלונג. געהיימניס מיינט אז אייערע נאענטע קענען נאר באקומען אינפארמאציע אין אייער אנוועזנהייט אדער איר האט געגעבן צושטימונג.

אין נויטפאל אומשטענדן אזויווי זיין באוואוסלאז, ווען איר קענט נישט צושטימען, קענט איר ווייטער באקומען באהאנדלונג אויב אייער לעבן איז אין געפאר.

Fäll ihop

וועלט אויס פריימערי קעיר איבער גאנץ שוועדן

וועלט אויס פריימערי קעיר איבער גאנץ שוועדן

איר קענט באקומען אינפארמאציע איבער די באהאנדלונג וואס אייער קאונטי קאונסיל טעלט פאר, און אויב איר קענט באקומען באהאנדלונג און א אנדערע קאונטי.

אבער איר קענט באקומען פריימערי קעיר איבער גאנץ שוועדן, און איר קענט אויסוועלן א פריימערי קעיר צענטער אדער ספעציעליסט קעיר צענטער פאר א באזוך אדער אונטערזוכונג. איר קענט אויסוועלן סיי וועלכע אוט-פאציענט באהאנדלונג. ביישפילן פון אוט-פאציענט ספעציעליסטן זענען האנט סורדזשערי און קאטאראקט אפעראציעס.

סיי פובליק און פריוואטע קיער-געבער איז גוט, ווילאנג די באהאנדלונג ווערט פינאנצירט דורך די קאונטי קאונסיל.

איר קענט זיך אויפסיינען ביי איין פריימערי קעיר צענטער (listning), אבער איר קענט אלץ גיין צו יעדע אנדערע אין שוועדן. איר קענט אויסוועלן א פערזענליכע צענטער ביי א צענטער.

איר קענט אויך אויסוועלן הויכע-ספעציליזירטע אוט-פאציענט באהאנדלונגען ביי א לאקאלע שפיטאל אין א אנדערע קאונטי צו אויפזיכטן קענסער, צום ביישפיל.

אייערע מעדעצינישע געברויכן זענען די שליסל פאקטאר

ווען איר זיכט באהאנדלונג אין א אנדערע קאונטי, וועט אייערע מעדעצינישע געברויכן באשטימען ווען איר באקומען באהאנדלונג. א דאקטאר באשטימט די געברויכן. איר באקומען פריימערי קעיר אויפן זעלבן וועג ווי די וועלכע זענען רעגיסטרירט אין די קאונטי און צאלט אויך די זעלבע אפצאל. איר וועט דארפן באצאלן פאר אייער רייזע און אכסניה ווען איר וועלט אויס באהאנדלונג אין א אנדערע קאונטי.

אויב קומט איר פון א אנדערע קאונטי, וועט איר נישט געדעקט ווערן דורך די קעיר גאראנטי (vårdgaranti) אין די אנדערע קאונטי.

Fäll ihop

צווייטע מיינונג

צווייטע מיינונג

אויב האט איר א לעבנס-געפאר אדער זייער ערנסטע קרענק, און מוזט מאכן ערנסטע מעדעצינישע באשלוסן, קען איר בעטן א צווייטע מיינונג פון א אנדערע דאקטאר, אדער און אייער היים קאונטי אדער אין א אנדערע קאונטי. אויב די נייע מייננג ווייזט אז איר דארפט האבן א אנדערע באהאנדלונג, קענט איר אויסוועלן די אנשטאט, אזוי לאנג ווי די באהאנדלונג ווערט באטראכט אלס פאסיג פאר אייך, באזירט אויף סייענס און מעדעצינישע ערפארונג.

אייער היים קאונסיל באצאלט די באהאנדלונג, אדער איר באצאלט די רייזע קאסטן.

Fäll ihop

זאכו קענען זיין אנדערש אויב דארפט איר א רעפערעל

זאכו קענען זיין אנדערש אויב דארפט איר א רעפערעל

אויב אוט-פאציענט ספעציעליסט אין אייער היים קאונטי אדער די קאונטי ווי איר ווילט באקומען באהאנדלונג פאדערט א רעפערעל, מוזט איר עס באקומען פון אייער פריימערי קעיר צענטער.

Fäll ihop

אויב זענט איר נישט צופרידן

אויב זענט איר נישט צופרידן

יעדע קאונטי קאונסיל האט א פאציענט קאמיטע אייך צו העלפן אויב שפירט איר נישט אז איר האט א מיינונג אין אייער באהאנדלונג, אדער זענט נישט צופרידן צוליב א אנדערע סיבה. די פאציענט קאמיטע קען אייך העלפן, צום ביישפיל, זיך צו פארבינדן מיט הויכע שטאפל מעדעצינישע שטאב, אדער אייך געבן אינפארמאציע איבער באריכטן אייער מיטמאכעניש.

Fäll ihop
Skriv ut (ca 3 sidor)
Senast uppdaterad:
2016-11-10
Redaktör:

Vårdguiden 1177, Gadea Karlsson Ingemar, :רעדאַקטאָרשע

Granskare:

פאראנטווארטליכער אפיציר ,Knutsson Hasse :מגיה
Landsting och Kommuner Sveriges, באהאנדלונג איינהיייט